רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרה"ק רבי יעקב משולם אורנשטיין זצ"ל הישועת יעקב
בן הרה"ק רבי מרדכי זאב אב"ד לבוב
כ"ה מנחם אב תקצ"ט


הגה"ק רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועת יעקב אב"ד לבוב זי"ע נולד לאביו הגה"ק ר' מרדכי זאב אב"ד לבוב זי"ע מגזע החכם צבי הגה"ק ר' צבי אשכנזי זי"ע והגה"ק ר' נתפלי הירץ מזאלקאווי זי"ע,

בילדותו נתגדל על ברכי אביו, והי' מפורסם לעלוי נפלא בכל קצוי ארץ בחריפות ובקיאות בנגלה ובנסתר, סיני ועוקר הרים, שר התורה, עשה רוב צדקה וחסד יחד עם הרבצת התורה לאלפי תלמידים.

רבינו נשא נכדת הגה"ק ר' נפתלי הירץ מיעריסלוב זי"ע, וחתנו הי' גביר אדיר, ויסד לרבינו ישיבה גדולה בביתו, ונאספו אליו תלמידים גדולים, וגדולי המדינה רבנים מובהקים באו אליו אפי' מרחוק לשמוע תורתו וחכמתו כי הי' רב גוברי בש"ס ופוסקים, ולאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא,

וכשנתקבל רבינו לאב"ד זאלקווא הוסיף אומץ בתורה, וכשנסתלק הגה"ק ר' צבי הירש ראזאניש בעל תשע שיטות זי"ע בשנת תקס"ו נתקבל רבינו לאב"ד לבוב, ושם עשה חיל בתורה ונתפרסם לגאון אדיר ולרבן של בני הגולה, ושם הוציא ספרו הנפלא ישועות יעקב על ד' חלקי שו"ע ועל התורה, והי' ברכו בכל בהון ועושר שהי' תורה וגדולה אצלו, ונהג נשיאתו ברמה,

רבינו השאיר אחריו בנו יחידו חריף עצום הגה"ק ר' מרדכי זאב אורנשטיין זי"ע שכבר מובא תשובותיו בספרו, אך נפטר באבי ימיו בחיי רבינו בי"ז מרחשון, בהספד לבנו אמר רבינו: חז"ל אמרו חמה לוקה, על אב"ד שמת ואינו נספד כהלכה(סוכה)דמצד הלכה מהליכות עולם, הבן מספיד לאב, אבל שיהיה האב מספיד לבן זהו: שלא כהלכה, שלא ע"פ מנהג העולם, וע"ז חמה לוקה, ועם דבריו אלו נתקשרו השמים בעבים וגשם ניתך ארצה, ותהי לפלא ולחרדת כל העם(גדולי הדורות), ורבינו לא מצא נוחם לנפשו עד ששמעו סיפור בשם הרה"ק ר' הערשלע מרימנוב זי"ע ששאל אותו בעת שנעדר מעמו רח"ל ילד אחד, מה זה כי לכל ישראל אשר יבואו לפניו לבקש עליהם רחמים תתקבל תפלתו לרצון, ומדוע לא יבקש ויתפלל לה' על עצמו שיתקיימו בניו בחיים? וגם לא נראה מעמו שום עצבות? והשיב הר"ר הערשלע זי"ע: כי זאת היא ג"כ עבודת ה', ומדוע לא יקשה על אברהם אבינו ע"ה שהוא לא בקש מה' שבל ידרוש מעמו עקידת בנו יחידו, ובלי ספק היתה תפלתו מתקבלת ברצון, ואשר לא עשה כזאת נשמע מזה, כי הטעם הוא כי אברהם אבינו ע"ה היה רואה בעין שכלו הק' כי עקידת יצחק היום לזרעו ברחמים יזכור, ולולא זאת לא היתה לנו תקומה בגלות.

נסתלק כ"ה מנחם אב בשנת תקצ"ט זי"ע


נ.ב. חסר הרבה פרטים, ועוד חזון למועד (גם לא עובד יפה לעת עתה)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לתולדות אביו זצ"ל רבי מרדכי זאב לבוב - ומשפחתו:
viewtopic.php?p=288841#p288841
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

jewish-life-inpoland-22-72888.jpg
בצלאל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצלאל »

כל הבית החיים הישן בלבוב נחרב
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הטבלא על מקום הביה"ח שנחרב

b6a0505b1b9572bc13318e8e0249c4bd.jpg
_8_~1.JPG
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

יציב פתגם האט געשריבן:
jewish-life-inpoland-22-72888.jpg

אויפן מצבה איז אויסגעמאלן פיר בענדער ספרים, לרמז על ספריו ישועות יעקב על ד' חלקי שו"ע (קרדיט בן הרחמן).
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

חתימת רבינו הישועות יעקב.
אטעטשמענטס
1.png
1.png (494.93 KiB) געזען 1696 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ברוז האט געשריבן:חתימת רבינו הישועות יעקב.

יישר כח

קען איינער מפענח זיין די אנדערע חתימות?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן:
ברוז האט געשריבן:חתימת רבינו הישועות יעקב.

יישר כח

קען איינער מפענח זיין די אנדערע חתימות?

כבר פוענח לחצאין (viewtopic.php?p=644392#p644392):
msp האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ווער קען העלפן אויסליינען די חתימות אויף די היסטארישע 'שטר קנין', דאס איז א שטר ווי א איד בשם ר' אברהם סג"ל שפירא קויפט אפ א זיץ אין ביהמ"ד אין לעמבערג, ביום כ"ח אב תקע"ד שרייבט די קהילה אונטער דעם דאקומענט, בראש פונעם לעמבערגער רב זצ"ל ר' יעקב אורינשטיין בעל ישועות יעקב (ערשטע חתימה רעכטס), ווער זענען די אנדערע 9 חותמים?


עס איז אין לעמבערג מחוץ לעיר

נאום יעקב אורנשטיין חופ"ק לבוב...............................נאום
ונאום ה....אברהם ב"ר .......................................ונאום יום טוב פינקלשטיין
ונאום..........................................................ונאום הק' אברהם שפירא בג"ל בעל הקנין
ונאום הק' זאב וואלף פינקלשטיין...............................ונאום הק' אהרן חיים כהן רפאפורט [אביו של שי"ר]
.............................................................. ונאום מרדכי ארי' מענקיש
.............................................................. ונאום שמחה ..............
.............................................................. ונאום הק' יצחק.......
...............................................................נאום הק' חיים..........
עטליכע אותיות קען מען נאך יא דערקענען אין די נעמער אזער נישט גענוג אויף צו קענען פותר זיין די נעמער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא יא, איך זוך די צווייטע האלב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט געוועהן די יא''צ פין הגה"ק בעל ישועות יעקב מלעמבערג זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט גייט זיין די יא''צ פין הגה"ק בעל ישועות יעקב זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הגה"ק רבי יעקב משולם ב"ר מרדכי זאב זי"ע, (אורנשטיין), בעל ישועות יעקב, אב"ד לבוב

ער איז געבוירן אין שטאט סטנוב אין אוקראינה, בשנת תקל"ה,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי מרדכי זאב אב"ד לבוב זי"ע, געווען פון די גדולי הדור און א גאון בנגלה ובנסתר,

און צו זיין מאמע די טאכטער פון הגה"ק רבי לייב אמסטרדאמער זי"ע,
חתן הגה"ק רבי צבי אשכנזי בעל החכם צבי זי"ע,

ער איז געווען א גאון און גדול הדור שמעו הטוב הולך בכל העולם, ער איז געווען באוויסט מיט זיין מוראדיגע חריפות און בקיאות, און א עילוי נפלא, בקי בש"ס ופוסקים, בנגלה ובנסתר, סיני עוקר הרים, און א שר התורה און מיט זיין געוואלדיגע קדושה, ער איז געווען א רשכבה"ג, ער איז געווען א בעל חסד נפלא, מרביץ תורה געווען פאר טויזענטער תלמידים מיט א געוואלדיגע געטריישאפט,

זייענדיג 12 יאר אלט איז דער טאטע נסתלק געווארן, און ער איז געבליבן א יונגער יתום, ער איז דערנאך אויף געוואקסן אין שטאט יערסלוב, און אפילו נאכן פארלירען זיין טאטע וואס ער איז געווען אזוי מקושר צו אים, און גאר אסאך תורה געלערנט פון אים, האט דער ישועות יעקב ווייטער עוסק געווען בתורה מיט א מוראדיגע התמדה,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה,
בת הגה"ק הגביר רבי צבי הירש וואהל מיערסלוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי נפתלי הירץ וואהל מיערסלוב זי"ע,

זיין שווער זייענדיג א גביר און האט געוויסט אפצושאצן דאס געוואלדיגע חשובת פון זיין גרויסע איידעם, האט ער דעם איידעם אויס געהאלטן פאר אפאר יאר אז ער זאל קענען זיצן און עוסק זיין בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך האט ער פארן איידעם אויף גישטעלט א ישיבה ווי בחורים גאונים און גדולי בתורה זענען געקומען לערנען פון דעם גאון תורה און עבודת השם, אפילו גאר גרויסע גאונים און רבנים זענען געקומען לערנען תורה פון דעם גאון און גדול בתורה, ער איז געווען באוויסט שוין דאן אלס א בקי בכל התורה,

דער גאון האט אויך געהאט א עלטערע ברידער הגה"ק רבי משה יהושע העשיל אורנשטיין אב"ד טארניגראד זי"ע, וואס האט מחבר געווען דעם הייליגען ספר "הים התלמוד" וואס האט געהאט הסכמת פון גדולים בדורו ובתוכם רבי עקיבא איגר זי"ע, רבי מרדכי בנעט מניקלשבורג זי"ע, רבי יעקב מליסא זי"ע, רבי אפרים זלמן מרגליות זי"ע, און ביים ברידער אין ישיבה האט געלערנט הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס האט געזאגט אויף זיין רבין'ס ספר און אויך אויפן ברידער'ס ספר ישועות יעקב, אז די ספרים הקדושים וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל ביז צום ספר ישועות יעקב ועד בכלל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש,

גאנץ אנפאנג נאך די חתונה איז ער געווען רב אין שטאט זאלקווא, און ער האט דארט עוסק געווען מיט הרבצת התורה און אויף געשטעלט תלמידים גדולים און גאונים,

בשנת תקס"ו האבן די אידן פון שטאט לבוב לעמבערג פארבעטן דעם גאון צו איבער נעמען דאס כסא הרבנות ביי זיי אין שטאט, אויפן פלאץ ווי זיין טאטע און זיידע דער חכם צבי האבן געדינט אלס רבנים, דאן איז ער געווארן באוויסט מיט זיין גדלות בתורה און טויזענטער אידן זענען געקומען לערנען תורה פון דעם גרויסן גאון,

הגה"ק רבי מרדכי בנעט אב"ד ניקלשבורג זי"ע האט אמאל געזאגט פאר אן עלטערן איד פון שטאט לעמבערג וואס האט נאכנישט דאן געוויסט פון דעם גדלות פונעם ישועות יעקב זי"ע, אז די פוילישע מענטשן ווייסן נישט צו אפשאצן זייערע רבנים, און ווען מיר וואלטן געהאט די זכי' צו האבן אזא גאון ווי רבי יעקב משולם אורנשטיין אלס רב ביי אונז אין שטאט ניקלשבורג, וואלטן מיר אים ארויפגעזעצט אויף א שטול פון ריין גאלד,

דער רבן של כל בני הגולה הגה"ק החתם סופר זי"ע שרייבט אויפן גאון דער ישועות יעקב זי"ע בזה"ל, "ידיד נפשי הרב הגאון האמיתי מופת הדור מוה"ר יעקב נ"י האב"ד ור"מ דק"ק לבוב", און אויך אין דרשות חתם סופר ווערט געברענגט דעם הספד וואס דער הייליגער חתם סופר האט געזאגט אויפן ישועות יעקב זי"ע, און רופט אים דארט אן "חרוץ ומופלג ענותן וצדיק, ותורה וגדולה במקום אחד",

דער חתם סופר זי"ע האט באוויינט דעם הסתלקות פון דעם גאון און געזאגט בזה"ל, "הוא עמד בכוח עוזו לשבור מלתעות עמל, ולא הרימו ראשם בחייו", וואס מיט דעם האט דער חתם סופר געמיינט ארויס צו ברענגען אז דער ישועות יעקב איז געווען א גרויסע לוחם מלחמת השם קעגן די משכילים, און ווי לאנג ער האט געלעבט האבן זיך די משכילים נישט אויפגעהויבן זייער קאפ,

אויך איז געווען א שטארקע אהבה צווישן דעם גאון דער ישועות יעקב זי"ע און הרה"ק רבי הערשעלע בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, און דער הייליגער עטרת צבי פלעגט אסאך קומען צום גאון באזיכען און די צוויי האבן אסאך עוסק געווען בתורת הנסתר, און דער הייליגער עטרת צבי זי"ע האט דעם ישועות יעקב גאר שטארק מכבד געווען,

אויך דער צדיק הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זי"ע האט שטארק מעריץ געווען דעם הייליגען ישועות יעקב, און ווען מען האט געברענגט צו אים סיי וואסערע שווערע שאלות און מען האט אים געפרעגט צו וועם מען זאל גיין פרעגן, האט דער צדיק מסטרעליסק געשיקט צום ישועות יעקב זי"ע און געזאגט, "ער איז דער רבן של כל בני הגולה, און אין הימל פסק'נט מען ווי אים",

אויך דער צדיק הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע האט גאר אסאך גערעדט מיטן ישועות יעקב אין לערנען און גאר שטארק געשעצט זיין גדלות בתורה און אים שטארק מעריץ געווען ,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער גאון דער ישועות יעקב געהאט א גאר נאנטע קשר מיט הייליגען צאנזער רב דער דברי חיים זי"ע, ווי מען זעהט אין א תשובה וואס דער הייליגער ישועות יעקב שרייבט צום דברי חיים בזה"ל, "הרב המאוה"ג המפורסם חריף ובקי בנן של קדושים מו"ה חיים נ"י אבד"ק צאנז", און דער דברי חיים האט צוריק געשריבן צום ישועות יעקב בזה"ל, "הרב הגאון מופת הדור מוה"ר יעקב משולם נ"י",

אויך האט דער דברי חיים זיך אמאל געדיגנען אויף א שאלה אין הלכה מיטן ישועות יעקב און דער דברי חיים שרייבט בזה"ל, "לפי קוצר שכלי" פארשטיי איך אזוי אין הלכה, אבער צום סוף האט דער דברי חיים געגעבן גערעכט פארן ישועות יעקב, און דער דברי חיים האט געזאגט, אז די סיבה פארוואס דער גאון דער ישועות יעקב בעט פאר א הסכמה אויף הלכה פון נאך צוויי תלמידי חכמים און וויל זיי זאלן מסכים זיין צו זיין פסק, איז נאר צוליב די גרויסע ענווה פונעם ישועות יעקב,

עס איז באקאנט אז דער גאון האט צוזאמען מיט נאך גדולים און צדיקים בדורו מלחמה געהאלטן מיט די פארשאלטענע משכילים וואס האבן אנגעזייט א חורבן ליידער ביי כלל ישראל און אפגעלאכט פון די מנהגים וואס מען האט מקבל געווען און האבן ליידער עובר געווען אויף כל התורה כולה, און ליידער אראפ געפירט אסאך אידישע קינדער פון אידישקייט, און דער ישועות יעקב האט מיט א מסירת נפש שווער לוחם געווען קעגן די משכילים,

איינמאל איז דער מסית ומדיח יוסף פערל שר"י געקומען צום ישועות יעקב, און אן געטראגן א פשרה, אז זיי וועלן ווערן אביסל ערליכער, און איר זאלט נאכלאזן אביסל פון אייער ערליכקייט,

דער ישועות יעקב האט זיך אויפגעשטעלט און מיט א אש קודש אויס געשריגן, ביי שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד קען מען נישט מאכן קיין פשרות, און ער האט דעם מסית ומדיח ארויסגעווארפן פון ביי זיך אין שטוב,

ווי באקאנט איז ביי דעם גאון מקויים געווארן תורה וגדולה במקום אחד, און דערפאר האט ער נישט גענומען קיין געהאלט פארן זיין רב דארט אין שטאט, נאר ער האט געדינט אלע זיינע יארן לשם שמים, זיין רעבעצין האט דערציילט אסאך איבער דעם גרויסע קדושה און פרישות פון דעם ישועות יעקב זי"ע,

ער האט דארט אין שטאט מייסד געווען חבורת וואס זאלן עוסק זיין אין צדקה וחסד און ארויס העלפן אידן וואס ברויכן הילף, און גאר אסאך אויפגעטון פאר די מענטשן פון שטאט, ער איז געווען גאר שטארק רעספעקטירט און ער איז געווען פארעכנט אלס דער הויפט רב אין גאליציע, אפילו די רעגירונג האט אים שטארק רעספעקטירט,

ער האט איבער געלאזט זיינע לעכטיגע חידושים אין זיינע ספרים,

ספר ישועות יעקב, אויף ד' חלקי שו"ע, און אויך על התורה,

ער האט איבער געלאזט זיין בן יחיד,

הגה"ק רבי מרדכי זאב זי"ע, וואס איז ליידער נסתלק געווארן יונגערהייט ביי די 47 יאר אלט, דער זון האט איבער געלאזט דעם אייניקל הגה"ק רבי צבי הירש אורנשטיין בעל שו"ת ברכת רצ"ה אב"ד ריישא/לעמבערג זי"ע,

דער גאון מיט זיין רעבעצין האבן זייער באוויינט זייער טייערע זון רבי מרדכי זאב זי"ע און האבן זיך גאר שטארק מצער געווען מיטן פטירה פון זייער בן יחיד, און דריי יאר שפעטער איז די טאטע ליידער נסתלק געווארן,

נסתלק לגנזי מרומים כ"ה מנחם אב תקצ"ט, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט לבוב,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב משולם אורנשטיין הישועות יעקב זצ"ל כ"ה מנחם אב תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער גאון דער ישועות יעקב האט געהאט א גרויסע כוח דהיתרא, ער האט גאר אסאך עוסק געווען צו מתיר זיין מיט זיין געוואלדיגע כח, און עס זענען געווען אסאך גרויסע גדולים וואס האבן נישט אזוי געהאלטן אז עס איז מותר, אבער צוליב וואס דער גאון איז געווען פון די גרעסטע פוסקים האט מען רוב מאל אנגענומען זיין פסק הלכה,

איין ערב יום הקדוש איז געווען ביים גאון איינע פון די רבנים פון שטאט לבוב וואס האט כסדר מחמיר געווען, און דארט איז פאר געקומען א סעודת ברית, און נאכן סעודה האט דער רב געוואונטשען פארן גאון בזה"ל, "גמר חתימה טובה, וה' יכפר לך", ווי צו זאגן פארן גאון אז דאס וואס ער איז כסדר מתיר זאכן איז נישט אזוי אויס געהאלטן און דער באשעפער זאל אים מוחל זיין אויף דעם,

האט דער גאון געזאגט פארן רב, איך וועל אי"ה האבן א גמר חתימה טובה, ווייל אפילו איך האב מתיר געווען עפעס וואס איז באמת נישט כשר, האב איך נאר געזינדיגט קעגן דעם באשעפער, און אויף עבירות בין אדם למקום, יוה"כ מכפר, אבער מיט דעם וואס די בוסט מחמיר מאכסטו שאדן פאר די מענטשן, און עבירות בין אדם לחבירו, אין יוה"כ מכפר, נאר אויב מען בעט איבער דעם חבר,
--
איין יאר ביים סדר פסח ביינאכט ווען דער הייליגער ישועות יעקב האט זיך געגרייט צום סדר נאכט, איז א איד אריין געקומען מיט א שאלה פון חמץ בפסח, און עס האט אויסגעזען אז על פי הלכה וואס מען נעמט אן טויג נישט, וואס דאס מיינט אז אלע כלים פון דעם איד זענען חמץ'דיג, און דער ישועות יעקב האט זייער רחמנות געהאט אז דער איד גייט האבן א צושטערטן פסח וויבאלד ער האט נישט קיין כלים אין וואס צו קאכן, האט דער ישועות יעקב פארגעלייגט פאר דעם איד אז אפשר קומט ער זיין א גאסט ביים גאון פאר גאנץ פסח, אבער דער איד האט זייער נישט געוואלט זיין א גאסט ביי א אנדערן און געווען גרייט צו עסן גאנץ פסח נאר טריקענע מצה,

דער גאון האט זיך איבער געטראכט, און עס בליצט אים אויף א געדאנק, אז דער הייליגער שאילתות דרב אחאי גאון זי"ע וואס איז געווען צווישן די גאונים פון איבער טויזענט יאר צוריק, האט גע'פסק'נט אז חמץ בפסח ווערט בטל בשישים, און אפילו אונז האבן מיר אנגענומען אנדערשט, אבער צוליב דעם אז א איד זאל ח"ו נישט האבן קיין צושטערטע יו"ט איז דאס דאך א שעת הדחק, און דער גאון האט גע'פסק'נט פאר דעם איד אז עס איז בטל בשישים און ער קען יא ניצן די כלים ווייטער אויף פסח, פארשטייט זיך אז דער איד איז ארויס מיט א שמחה און דער גאון האט זיך געפרייט אז ער האט געקענט העלפן א איד האבן א שמחת יו"ט,

דעם אנדערן טאג האבן די שטוב מענטשן געזען אויפן ישועות יעקב א גרויס לעכטיגקייט און א ספעציעלע שמחה, האט מען געפרעגט דעם גאון וואס איז די גרויסע שמחה, האט דער גאון דערציילט,

פסח אויפדערנאכט ווען ער איז זיך געגאנגען אביסל צולייגן האט ער געזען אין חלום דעם הייליגען שאילתות וואס האט זיך באוויזן צו אים, און אים באדאנקט אויף דעם וואס ער האט גע'פסק'נט ווי זיין שיטה, אז חמץ בפסח איז בטל בשישים" און ער האט געזאגט פארן ישועות יעקב, אז ביז יעצט האט נאך קיינער נישט גע'פסק'נט ווי אים, און יעצט אז ער האט גע'פסק'נט אזוי ווי זיין שיטה, איז פארן שאילתות געווען א גרויסע שמחה, און א נחת רוח אז אין בית דין של מטה האט מען גע'פסק'נט אזוי ווי אים, און דאס איז מיין גרויסע שמחה האט דער ישועות יעקב געענדיגט,
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”